Welcome to WordPress. This is your first post. Edit or delete it, then start writing!
Blog
-
בארא פארק: תשעה באב בחצר הקודש בית חיים יהושע
דינסטאג פ’ עקב • י”ד אב תשפ”ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN
-
חסידי סקווירא אין בני ברק לעבן מיט געהויבענע טעג בצל הרה״צ רבי יצחק טווערסקי שליט״א בן האד’ מסקווירא
דינסטאג פ’ עקב • י”ד אב תשפ”ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
חסידי סקווירא אין בני ברק זענען די טעג אונטערן געהויבענעם רושם, נאכן מיטלעבן דעם גייסטרייכער באזוך פון הרה”צ רבי יצחק טווערסקי שליט”א בן כ”ק אדמו”ר מסקווירא שליט”א, וואס איז געווען צוגאסט במשך די פארלאפענע וואך, און האט געפראוועט דעם שבת צוזאמען מיט עדת חסידי סקווירא תושבי העיר, וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן ביי יעדן איינעם.
פארלאפענע וואך מיטוואך אינדערפרי איז רבי יצחק שליט”א אנגעקומען קיין ארה”ק, און איז גלייך צוגעפארן קיין ירושלים עיה”ק, וואו ער האט געדאוונט שחרית אין סקווערער שטובל צוזאמען מיט א גרויסער ציבור חסידים, צווישן זיי די תלמידי כתה ט’ פון די סקווערער תלמוד תורה. נאכן דאווענען איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לקח ולחיים, ביי וועלכן רבי יצחק האט דערציילט סיפורים פון די בעלי הילולא, און דער ציבור איז דורך שלום-נעמען און געבן לחיים.
נאך א מסיבת פת שחרית אין שטוב פון הגה”צ רבי אהרן גאלדמינצער שליט”א דומ”ץ סקווירא-ירושלים, איז רבי יצחק אנגעקומען אויף א באזוך ביי חותנו כ”ק אדמו”ר מוויזשניץ-ארה”ק שליט”א אין מושב אורה.
נאכמיטאג איז רבי יצחק אנגעקומען קיין בני ברק, און נאך תפלת מנחה אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה”צ רבי יעקב אייזענבערגער שליט”א דומ”ץ סקווירא-בני ברק.
דאן איז אפגעראכטן געווארן דער גרויסער מעמד קבלת פנים אין ביהמ”ד דחסידי סקווירא, וועלכע איז געווען איבערגעפולט פון דעם גרויסן ציבור זקנים עם נערים, וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם גרויסן גאסט מיט ניגוני שמחה ודביקות, און מ’האט געהערט די שיינע דרשות אנגעפירט דורכן יו”ר הרה”ח ר’ יצחק מנחם ווייסמאנדל הי”ו, פונעם דיין רבי יעקב אייזענבערגער שליט”א, הרה”ח ר’ יושע ברויער הי”ו מחשובי חסידי סקווירא אין בני ברק ומראשי המנגנים בחצר סקווירא און נאך. דאן האט רבי יצחק דערציילט סיפורי צדיקים, און ממשיך געווען מיט דברי ברכה וחיזוק. דערנאך איז דער ציבור דורך שלום-נעמען א לענגערע צייט.
נאך עטליכע באזוכן בבתי חסידי סקווירא איז רבי יצחק אנגעקומען לבית האכסניא אין שטוב פון ר’ יצחק מנחם ווייסמאנדל הי”ו וואו עס איז געווען קבלת קהל במשך א לענגערע צייט.
דאנערשטאג איז אין סקווערער ביהמ”ד אפגעהאלטן געווארן דער מעמד דורך די תשב”ר וועלכע זענען אינדערפרי אנגעקומען צו א ספעציעלן סדר הלימוד וואס איז מיטגעהאלטן געווארן דורך רבי יצחק. נאכן דאווענען איז אפגעהאלטן געווארן דער שיינער מעמד קבלת פנים ביי וועלכן די קינדער האבן געזינגן ניגונים און גראמען, און געהערט די דרשות פונעם דיין שליט”א, המגיד הרה”ג רבי שלמה מיללער שליט”א און נאך. דאן האט רבי יצחק משמיע געווען דברי חיזוק והדרכה, און די קינדער זענען דורך איבערנעמען די מתנה מיוחדת, א ספר תהלים, אין וואס מ’האט גלייך דערויף געזאגט עטליכע קאפיטלעך, פארגעזאגט דורך רבי יצחק שליט”א.
נאכמיטאג איז אפגעהאלטן געווארן דער מסיבת הוקרה פאר די אברכים לומדי כולל סקווירא, ביי וועלכן מ’האט געהערט די דרשות פונעם ראה”כ הרה”ג רבי דוד גאס שליט”א, הר”ר משה ניישלאס שליט”א, הרה”ג רבי חיים מאיר גרינבוים שליט”א מראה”כ וויזשניץ, און דאן האט רבי יצחק משמיע געווען א לענגערן שמועס בדברי הדרכה וחיזוק.
ליל שישי זענען די בחורים זיך צוזאמגעקומען אין שטוב פון הרה”ג רבי דוד גראס שליט”א וואו מ’האט געזינגען ניגונים, און נאך א שיינע דרשה פון הר”ר נפתלי קויפמאן שליט”א האט רבי יצחק שליט”א משמיע געווען א שמועס איבער התקשרות לצדיקים און נאך.
שפעטער האט רבי יצחק מיטגעהאלטן די וועכנטליכע התאספות דורך די פיר חבורות ליל שישי בהיכל ביהמ”ד סקווירא, וואו ער האט מחזק געווען דעם ציבור, און שפעטער איז געווען קבלת קהל א לענגערע צייט.
פרייטאג אינדערפרי האט רבי יצחק געדאוונט שחרית מיט די לומדי הכולל, און דערנאך געפראוועט א מסיבת לחיים.
אין די מיטאג שעות האבן סקווערער חסידים, זקני החסידים, בעלי בתים ואברכים יקרים זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין קיין מודיעין, וואו דער שבת איז געפראוועט געווארן אין אן אפגעדינגענעם קאמפלעקס וואס איז איינגערישט געווארן מיט אלע איינריכטונגען צו קענען אקאמאדירן דעם געהויבענעם שבת.
דער גאנצער שבת איז געווען א חטיבה אחת פון התרוממות והתעלות, פון וואס די חשוב’ע משתתפים האבן זיך נישט געקענט גענוג אנקוועלן.
בליל שב”ק איז צוגעגאנגען צו תפלת המנחה דער דיין רבי יעקב אייזענבערגער שליט”א וועלכער האט דערנאך אויפגערעדט מיטן פתיחת השבת, ארויסברענגענדיג די זכיה וואס מ’האט צו קענען פראווען א שבת צוזאמען מיטן געהויבענעם גאסט שליט”א, בנו יקירו ושלוחו הנאמן פונעם רבי’ן שליט”א.
צו קבלת שבת האט רבי יצחק שליט”א יורד געווען לפני התיבה, און נאך “בואי בשלום” האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב לכבוד יום השבת קודש. נאכן דאווענען איז דער ציבור דורך זאגן גוט-שבת.
די סעודה האט מען געפראוועט בשבת אחים גם יחד במשך שעות-נאך-אנאנד, און מ’האט געזינגן די זמירות אנגעפירט דורך א קבוצה מנגנים אין שפיץ פון הרה”ח ר’ יושע ברויער הי”ו. רבי יצחק שליט”א האט פארגעזאגט “כל מקדש” מיט גרויס התרגשות.
במשך די סעודה האט מען געהערט די דרשות פון עטליכע חשוב’ע בעלי דרשנים שליט”א אנגעפירט דורכן יו”ר הר”ר חיים משה ישכאראוו הי”ו, וביניהם דער לענגערער שמועס פון הרה”ג רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט”א זון פון רבי יצחק שליט”א. רבי יצחק שליט”א האט דערציילט סיפורים פון די בעלי הילולא, צווישן זיי פון הגה”ק בעל ישמח משה מאוהעל זי”ע.
נאכן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין, און דאן ממשיך געווען מיט א מסיבת מרעים, ביי וועלכן מ’האט געלערנט אור החיים הק’, און געהערט סיפורים פון רבי יצחק שליט”א באגלייט מיט אינטערעסאנטע זכרונות פון די באזוכן פון כ”ק אדמו”ר מסקווירא שליט”א אין די פריערדיגע יארן.
שבת אינדערפרי ביים דאווענען האט רבי יצחק שליט”א עולה געווען צו שישי, און איז געגאנגען פתיחה און הגבה. דערנאך האט ער יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המוספין. ביים קידושא רבה נאכן דאווענען לרגל הולדת הבת ביי איינעם פון די חשוב’ע משתתפים, האט מען געהערט שיינע דברי תורה און נאכן זינגן ניגונים איז מען דורך וואונטשן לחיים.
רעוא דרעוין
ביי די סעודה שבת בייטאג האט מען ווייטער ממשיך געווען מיט הערליכע נגינה און מ’האט געהערט די שיינע דרשות, צווישן זיי דער רייכער פאנעל אנגעפירט דורך ר’ יושע ברויער הי”ו מלא וגדוש מיט אינטערעסאנטע זכרונות פון די בר מצוה און חתונה פון הרה”צ רבי יצחק שליט”א וואס זענען אפגעראכטן געווארן אין בני ברק.
שבת נאכמיטאג נאך תפלת המנחה האט מען געהערט דעם שיינעם שיעור בפרקי אבות פארגעלערנט דורך הרה”ג רבי יעקב יוסף כהן שליט”א דומ”ץ שטעפינעשט, און דערנאך געפראוועט שלש סעודות, ביי וועלכן עס האט קודם אויפגערעדט הרה”ג רבי יעקב אויסטערליץ שליט”א, און דערנאך האט רבי יצחק פארגעזאגט די זמירות, כנהוג.
שפעטער האט רבי יצחק אויפגערעדט מיט א לענגערן יסודות’דיגן שמועס בעניני תורה, תפלה, שבת קודש, סעודות שבת, התקשרות לצדיקים, מסורת אבות און נאך, און דערביי איבערגעגעבן דעם לענגערן ברכת הקודש וואס אביו כ”ק אדמו”ר מסקווירא שליט”א האט אים איבערגעגעבן ערב שבת קודש פאר’ן זמן כניסת השבת.
אזוי האט מען ממשיך געווען שלש סעודות מיט די ווייטערדיגע זמירות וואס רבי יצחק שליט”א האט משמיע געווען, און נאך הבדלה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודין לכבוד א סיום מסכת וואס איז געפראוועט געווארן דורך איינעם פון די משתתפי השבת.
מוצאי שבת קודש שפעט ביינאכט אין בני ברק האט רבי יצחק געפראוועט מלוה מלכה אין שטוב פון הרה”ח ר’ ישעי’ קליין הי”ו וואו מען האט פארברענגט בסיפורי צדיקים ביז שפעט.
זונטאג אינדערפרי האט רבי יצחק שליט”א זיך משתתף געווען ביים סדר הלימוד פון די בחורי חמד, און דערנאך געדאוונט מיט די בחורים ביי וועלכן ער האט יורד געווען לפני התיבה. ביי פת שחרית מיט די בחורים אין שטוב פונעם סקווירא-ב”ב דיין שליט”א האט דער דיין שליט”א אויפגערעדט, און דערנאך רבי יעקב יוסף בן רבי יצחק, וועלכער האט אויך אנגעפירט א פאנעל מיט פארשידענע שאלות אויף וואס רבי יצחק האט משיב געווען פול מיט הדרכות בעניני עבודת השי”ת.
נאכמיטאג האט רבי יצחק שליט”א באזוכט אין סקווערער כולל, און זיך אפגעשטעלט ביי יעדע חברותא מיט וועמען ער האט עוסק געווען אין די לימודים במשך א היבשע וויילע.
שפעטער האט רבי יצחק שליט”א משמיע געווען א לענגערן שמועס בעניני צניעות פאר די עלטערע תלמידות וואס זענען געווען פארזאמלט אין א באזונדערן צימער בבית האכסניא.
מאנטאג אינדערפרי האט רבי יצחק שליט”א געדאוונט תפלת שחרית אין ביהמ”ד מאחנובקא בעלזא, און לכבודו האט מען ארויסגענומען די הייליגע ספר תורה פונעם בעל שם טוב הק’ זי”ע ביי וועלכן ער האט עולה געווען לתורה. מיט די אנדערע עליות זענען מכובד געווארן רבי יעקב יוסף בן רבי יצחק, און הרה”ג רבי ישראל האגער שליט”א בן כ”ק אדמו”ר מוויזניץ בארא פארק שליט”א. נאכן דאווענען איז רבי יצחק געווען אויף א שיינעם באזוך ביי כ”ק אדמו”ר ממאחנובקא בעלזא שליט”א.
במשך דעם טאג האט רבי יצחק באזוכט ביי א צאל רבנים שליט”א, און ביי הרה”ח ר’ ברוך בוקסבוים הי”ו בעל אכסניא פון כ”ק אדמו”ר מסקווירא שליט”א.
דינסטאג פארטאגס האט רבי יצחק שליט”א געדאוונט תפלת שחרית אין לופטפעלד, און האט זיך אומגעקערט אהיים קיין שיכון סקווירא, איבערלאזנדיג הויפנס מיט חיזוק פאר עדת חסידי סקווירא אין בני ברק וואס וועלן דאס אויף לאנג געדענקן.










































-
ווידיאו • מעמד הודאה מוצאי שבת נחמו בחצר הקודש סקולען ירושלים
דינסטאג פ’ עקב • י”ד אב תשפ”ו | בחצרות הקודש
קרעדיט: א. אייזנבאך
-
יברך את הנערים: שמחת הוואך נאכט און קריאת שמע ליינען לבן הנולד ביי האד’ מסאדיגורא
מאנטאג פ’ עקב • י”ג אב תשפ”ו | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
א געהויבענע און פרייליכע שטימונג האט געהערשט היינט נאכט בחצר הקודש סאדיגורא, ביי די שמחת הוואך נאכט און קריאת שמע ליינען לבן הנולד ביים רועה נאמן כ”ק אדמו”ר מסאדיגורא שליט”א.
פארנאכטס איז דער רבי שליט”א אריינגעקומען אין היכל בית המדרש מלובש בבגדי שבת צוזאמען מיט’ן ניי-געבוירן קינד. די ילדי חן פון די סאדיגורא תלמוד תורה, וועלכע זענען געשטאנען אויף די פארענטשעס, האבן אויפגענומען דעם רבי’ן מיט פרייליכע ניגוני שמחה, און דערנאך געזונגען מיט דעם באקאנטן ניגון “ויהיו זרעי” מיט אויסטערלישע רגש.
דערנאך האט מען אנגעהויבן דעם סדר קריאת שמע ליינען כמנהג ישראל, ווען די צעירי הצאן האבן מיט זייערע זיסע שטימעס געזונגען דעם מקובל’דיגע “המלאך הגואל אותי”, נאכגעפאלגט מיט פרייליכע ניגונים לכבוד די גרויסע שמחה.
במשך דעם מעמד האט דער רבי שליט”א משמיע געווען דברות קודש פאר די צאן קדשים, און ארויסגעברענגט אז דער יסוד פון א איד איז “שמע ישראל” און “אדון עולם”, און אז גלייך ביים אריינקומען בבריתו של אברהם אבינו ווערט דאס איינגעקריצט אין הארץ פון יעדן אידיש קינד. צום שלוס פונעם מעמד זענען די קינדער אריבער באקומען פעקלעך און מיני מתיקה פונעם רבי’ן.
שפעטער אין אוונט איז פארגעקומען די שמחת הוואך נאכט געווידמעט פאר די בחורי החסידות, וואו דער רבי שליט”א האט זיך געוואשן, און מען האט אויפגעגעבן א סעודה רחבה, באגלייט מיט פרקי שירה וזמרה אנגעפירט דורך די קאפעליע בחצר הקודש סאדיגורא.
במשך דער שמחה האט דער רבי מכבד געווען זיין פעטער, הגה”צ רבי ברוך שטערנבוך שליט”א, אבד”ק וויזניץ בראכפעלד, צו זאגן דברי תורה. צווישן די געסט איז אויך געווען כ”ק אדמו”ר מפיטסבורג שליט”א, וועלכער איז געקומען וואונטשן מזל טוב. דער רבי האט אים מכבד געווען צו פארצוזינגען א ניגון, און ער האט פארגעזונגען דעם באקאנטן “הגידה לי” פונעם אוצר הטוב לבית פיטסבורג, וועלכן דער ציבור האט מיטגעזונגען מיט גרויס התרגשות. אויך האט זיך באטייליגט כ”ק אדמו”ר מגארליץ שליט”א, א שכן טוב פונעם סאדיגורער הויף.
שפעטער האט דער רבי מכבד געווען זיין קרוב, הנגיד החסיד ר’ מרדכי שלום ישראל שפירא הי”ו פון לעיקוואוד, וועלכער איז ספעציעל געקומען צום שמחה, צו דערציילן דעם מקובל’דיגע סיפור וואס מען פלעגט דערציילן ביים וואך נאכט.
נאכן בענטשן האט מען ווידער אריינגעברענגט דאס קינד, און מען האט איבערגעליינט דעם גאנצן סדר קריאת שמע כנהוג,. דערנאך האט מען מיט א געוואלדיגן התעוררות געזינגען דעם הארציגע ניגון “אדון עולם”, וואס ווערט געזונגען בחצרות רוזשין סאדיגורא אין די ימים הנוראים.
נאכן מעמד זענען די בחורים אריבער וואונטשן מזל טוב פאר’ן רבי’ן שליט”א, און עס איז שוין געווען ארום איינס אזייגער ביינאכט ווען דער רבי האט פארלאזט דעם מעמד און די עסקנים האבן תיכף זיך גענומען צו די ארבעט איינצורישן דאס ביהמ”ד צום מארגנדיגע שמחת הברית.
-
השתדלו והרבו תחינה: מצב ביי האד’ מבית שמואל צבי דספינקא ווידער פארערגערט
מאנטאג פ’ עקב • י”ג אב תשפ”ו | בחצרות הקודש
כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואת כ”ק אדמו”ר מבית שמואל צבי דספינקא שליט”א, וועמענס מצב הבריאות האט זיך ווידער פארערגערט, נאך איבער א יאר צייט וואס דער רבי ווערט באהאנדלט מיט די ביטערע מחלה ה”י.
דער רבי שליט”א איז דעם פרייטאג ערב שבת אהיימגעקומען פון שפיטאל, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן עטליכע טעג אויף באהאנדלונגען אין ליכט פון פרישע קאמפליקאציעס, וואס האט שטארק פארערגערט די מצב, און איז נאך אלס גאר אפגעשוואכט אלס תוצאה פון די מעדיצינישע באהאנדלונגען.
אידישע קינדער זענען מתפלל לרפואתו השלימה והמהירה, מרן יוסף מאיר בן בלומא שרה, בתוך שאר חולי ישראל, והן קל כביר לא ימאס תפילת הרבים.
-
העלישע פייער פארניכטעט מתחם הציון פון הייליגן בעל התניא זי”ע אין האדיטש, אוקריינע
מוצאי שבת פ’ ואתחנן • י”א אב תשפ”ו | בחצרות הקודש
א העלישע פייער האט אויסגעבראכן דעם שבת ביים מתחם הציון פונעם הייליגן בעל התניא זי”ע אין שטעטל האדיטש, אוקריינע, און האט פאראורזאכט שווערע שאדן צו עטליכע געביידעס אינעם קאמפלעקס, אריינגערעכנט דעם צענטראלן בית המדרש און די בניני הכנסת אורחים, סמוך ונראה צום ציון הק’ וועלכע זענען גענצליך פארניכטעט געווארן.
די פייער האט זיך אנגעהויבן פרייטאג צונאכטס ארום 11:30 ביינאכט, לאקאלע פייערלעשער און רעטונגס לייט זענען אין איילעניש אנגעקומען אויף די סצענע און געארבעט לאנגע שעות איבערקומען די העלישע פלאמען, בחסדי השי”ת האבן מען באוויזן ארויסצוראטעווען די ספרי תורה באצייטנס, און אלע מתפללים זענען עוועקואירט געווארן פון די געביידע.
די פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג איבער די אורזאך פון דעם פייער, לויט די ערשטע אפשאצונגען האט זיך די שריפה מעגליך אנגעהויבן פון אן עלעקטרישן קורצשלוס.
דער קאמפלעקס ביים ציון הק’ אין האדיטש, איז געבויעט געווארן אין יאר תשע”ג, און דינט רונדע דעם יאר די טויזנטער אידן פון איבער דער וועלט, וועלכע קומען צו פארן דעם לאנג וועג פוקד צו זיין דעם ציון הק’ פונעם הייליגן בעל התניא, מיט א ביהמ”ד, מקוה טהרה, און אש”ל מלא מיט אלע צוגעהערן.
די פייער שאדן ווערט געשאצט אויף שווערע מיליאנען און די פארוואלטונג פונעם מתחם הציון, אין שפיץ פונעם שליח חב”ד הרה”ח ר’ שניאור דייטש הי”ו, פלאנירן שוין צוריק אויפצובויען די געשעדיגטע געביידעס, כדי צוריקצוברענגען דאס בית המדרש און הכנסת אורחים צום דינסט ווי אינגיכן.


-
היסטארישע באגעגעניש צווישן משלחת נכבדה פון האד’ מגור ביים מעיאר פון שטאט ראדזימין אפצוראטעווען ארטיגן בית החיים
זונטאג פ’ דברים • כ”ז תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש
א דראמאטישע צונויפטרעף איז פארלאפענע וואך אפגעהאלטן געווארן צווישן הרה”צ ר’ ישראל מנחם אלתר שליט”א בן כ”ק אדמו”ר מגור שליט”א, מיט’ן הויכגעשעצטן מעיאר פון שטאט ראדזימין אין פוילן, וואו הרה”צ ר’ ישראל מנחם האט בשליחות הקודש פון מר אביו דער גערער רבי פארגעלייגט די פארלאנג איבערצובויען און מחדש זיין דעם גדר פונעם גאנצן שטח בית החיים העתיק אין שטאט, וואס איז ליידער אין לויף פון די יארן פארוואנדלט געווארן אלס שאסיי און פארק.
אין דעם אלטן בית החיים ליגן באהאלטן קדושי עליון און פילצאליגע חסידים ואנשי מעשה פון פילע דורות ארויף, צווישן זיי געפינט זיך דארט מנוחת כבודו פון דעם רבינס זיידן הרה”ק ר’ שלמה יהושע דוד מראדזימין זצ”ל, זון פונעם סבא קדישא הרה”ק ר’ יעקב ארי’ מראדזימין זי”ע.
ביי די קריג האבן די נאציס ימ”ש ליידער חרוב געמאכט דעם בית החיים און אויף א שרעקליכן אופן מחלל געווען את פני הקודש און די עצמות המתים פון די אלע קברים רח”ל.
בשנת תשמ”ה ווען דער גערער רבי האט זיך דאן אריינגעווארפן ראשו ורובו אין פארצווייגטע פעולות הקודש אפצוראטעווען די ציונים הקודשים לגזע אבותיו הק’ ברחבי פוילן, האט דער רבי צווישן אנדערן מצליח געווען צו מברר זיין דעם פונקטליכן אריגינעלן מקום וואו ס’איז געשטאנען דער אהל פונעם זיידן רבי שלמה יהושע דוד, און דאס איז דאן געווארן ארומגעצוימט, און שפעטער איז אויך אויפגעשטעלט געווארן א נייער אהל אויף דעם ארט.
דורכדעם וואס עס זענען כסדר געקומען צו פארן שיירות מתפלל זיין ביים אהל הק’, און די כסדר’דיגע וואכזאם אויג וואס די עסקנים האבן געהאלטן אויף דעם ארט, איז דער אהל געווארן טאקע גוט אפגעהיטן, אבער צום באדויערן איז דער גאנצער מקום הבית החיים פארבליבן א שטח הפקר, און מיט די יארן האט די ארטיגע שטאטראט דאס ליידער פארוואנדלט אלס שאסיי און ווי אויך האט מען דארט אויפגעשטעלט א פארק פאר די שטאטישע איינוואוינער וועלכע באנוצן זיך דערמיט מיט א געוואלדיגע בזיון המתים.
במשך די יארן האבן די עסקנים פרובירט צו פועל’ן ביי די שטאטראט צו פארצוימען דעם שטח און עס צוריק פרעזערווירן אלס בית החיים, אבער ליידער זענען די פעולות געווען אומערפאלגרייך.
אין די לעצטערע תקופה האט זיך דער גערער רבי פון פריש אריינגעווארפן אין די פעולות הקודש, וואס איז אצינד געקרוינט געווארן מיט אן אן אומגלויבליכע סוקסעס, ווען דער מעיאר פון שטאט האט אונטערגעשריבן אויף א היסטארישן הסכם צו בויען א נייעם דויערהאפטיגן גדר ארום דעם גאנצן בית החיים.
דאס איז פארגעקומען דורכאויס די באגעגעניש וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין שפיץ פונעם רבי’נס זון הרה”צ ר’ ישראל מנחם, וועלכער איז געקומען באגלייט מיט א דעלעגאציע פון רבני ועסקני ק”ק גור, צווישן אנדערן הגאון ר’ משה חיים דענדראוויטש שליט”א ראש ישיבת שפת אמת, הרב חנוך זייבארט ראש העיר בני ברק, הרב יהודה מארגענשטערן מנכ”ל משרד השיכון, און העסקן הרב שלמה קאפאלאוויטש וועלכער איז שוין יארן אקטיוו אין אפראטעווען דעם בית החיים אין ראדזימין.
הגאון רבי משה חיים דענדראוויטש האט איבערגעגעבן די הארציגע ביטע אויף די ענגלישע שפראך, שילדערונג מיט גרויס רגש ווי אזוי אידן אין אלע דורות האבן זיך אפגעגעבן צו היטן אויף די קדושה פון די קברים פון זייערע עלטערן, נאך מימי אבותיהם אברהם יצחק ויעקב, און דאס איז מען אצינד ממשיך, צו קענען פארזיכערן אז דער בית החיים פון אונזערע עלטערן און זיידעס דא אין שטאט זאל בלייבן אפגעהיטן במנוחה נכונה.
דערנאך האט הרב חנוך זייבארט פארגעשטעלט פאר’ן מעיאר אז די איינציגע שטאט אין פוילן וואס ווערט פאראייביגט אלס א גאס אין שטאט בני ברק, איז די שטאט ראדזימין, וואס צייגט ווי הייליג און וויכטיג די שטאט איז ביי אונז, פון וואס דער מעיאר איז געווארן שטארק בארירט.
דער עסקן הרב שלמה קאפלאוויטש האט איבערראשט דעם מעיאר מיט’ן איבערגעבן א פערזענליכער מכתב געשריבן צו אים דורכ’ן פרעזידענט פון מדינת ישראל יצחק הערצאג, וואו ער בעט דעם מעיאר צו טון פאר די שמירה פונעם אידישן בית החיים אין שטאט, ווען ער לאנדט אים דערביי אויף א וויזיט אין ארץ ישראל.
-
פנה הודה פנה זיוה: האד’ מפשעווארסק פארט ארויס קיין דייטשלאנד צו וויילן נעבן די רביצין תחי’
זונטאג פ’ דברים • כ”ז תמוז תשפ”ו | בחצרות הקודש
אין די טעג גרייט זיך כ”ק אדמו”ר מפשעווארסק שליט”א ארויסצופארן קיין דייטשלאנד, וואו ער וועט זיך אויפהאלטן במשך די קומענדיגע זומער-וואכן.
ווי באקאנט, פארט דער רבי שליט”א יעדעס יאר ארויס אין די זומער-חדשים קיין פראנקרייך, וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן למנוחת הנפש. היי יאר אבער ווען הרבנית הצדקנית מפשעווארסק תליט”א, געפונט זיך אין דייטשלאנד לצרכי רפואה האט דער רבי שליט”א באשלאסן צו פארן קיין דייטשלאנד, צו וויילן נעבן די רביצין שתחי’.
לכבוד דעם באזוך האבן עסקנים ארויסגעדינגען א פאסיגע דירה נישט ווייט פונעם שפיטאל אין שטאט עסען, מיט אלע נויטיגע איינריכטונגען פאר’ן רבי’ן שליט”א וכל הנלווים אליו.
אויך האט מען אויסגעארבעט מנינים פאר אלע תפילות, סיי בימות החול און סיי במשך די שבתים, כדי דער רבי שליט”א זאל קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש ווי געווענליך.
היינט אויפדערנאכט ביים שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביים רבי’ן שליט”א אינעם גרויסן פשעווארסקער ביהמ”ד אין אנטווערפן, וועט דער רבי שליט”א משמיע זיין דברי פרידה פאר די חסידים, איידער ער לאזט זיך ארויס דעם קומענדיגן דינסטאג אויף דער לענגערער נסיעה, וועלכע איז ערווארטעט אנצוהאלטן ביז אנהייב חודש אלול.

